summarylogtreecommitdiffstats
path: root/yiddishwits
blob: 373b71fed43ff5fa2bcc6a69ef6484542380894f (plain)
1
2
3
4
5
6
7
8
9
10
11
12
13
14
15
16
17
18
19
20
21
22
23
24
25
26
27
28
29
30
31
32
33
34
35
36
37
38
39
40
41
42
43
44
45
46
47
48
49
50
51
52
53
54
55
56
57
58
59
60
61
62
63
64
65
66
67
68
69
70
71
72
73
74
75
76
77
78
79
80
81
82
83
84
85
86
87
88
89
90
91
92
93
94
95
96
97
98
99
100
101
102
103
104
105
106
107
108
109
110
111
112
113
114
115
116
117
118
119
120
121
122
123
124
125
126
127
128
129
130
131
132
133
134
135
136
137
138
139
140
141
142
143
144
145
146
147
148
149
150
151
152
153
154
155
156
157
158
159
160
161
162
163
164
165
166
167
168
169
170
171
172
173
174
175
176
177
178
179
180
181
182
183
184
185
186
187
188
189
190
191
192
193
194
195
196
197
198
199
200
201
202
203
204
205
206
207
208
209
210
211
212
213
214
215
216
217
218
219
220
221
222
223
224
225
226
227
228
229
230
231
232
233
234
235
236
237
238
239
240
241
242
243
244
245
246
247
248
249
250
251
252
253
254
255
256
257
258
259
260
261
262
263
264
265
266
267
268
269
270
271
272
273
274
275
276
277
278
279
280
281
282
283
284
285
286
287
288
289
290
291
292
293
294
295
296
297
298
299
300
301
302
303
304
305
306
307
308
309
310
311
312
313
314
315
316
317
318
319
320
321
322
323
324
325
326
327
328
329
330
331
332
333
334
335
336
337
338
339
340
341
342
343
344
345
346
347
348
349
350
351
352
353
354
355
356
357
358
359
360
361
362
363
364
365
366
367
368
369
370
371
372
373
374
375
376
377
378
379
380
381
382
383
384
385
386
387
388
389
390
391
392
393
394
395
396
397
398
399
400
401
402
403
404
405
406
407
408
409
410
411
412
413
414
415
416
417
418
419
420
421
422
423
424
425
426
427
428
429
430
431
432
433
434
435
436
437
438
439
440
441
442
443
444
445
446
447
448
449
450
451
452
453
454
455
456
457
458
459
460
461
462
463
464
465
466
467
468
469
470
471
472
473
474
475
476
477
478
479
480
481
482
483
484
485
486
487
488
489
490
491
492
493
494
495
496
497
498
499
500
501
502
503
504
505
506
507
508
509
510
511
512
513
514
515
516
517
518
519
520
521
522
523
524
525
526
527
528
529
530
531
532
533
534
535
536
537
538
539
540
541
542
543
544
545
546
547
548
549
550
551
552
553
554
555
556
557
558
559
560
561
562
563
564
565
566
567
568
569
570
571
572
573
574
575
576
577
578
579
580
581
582
583
584
585
586
587
588
589
590
591
592
593
594
595
596
597
598
599
600
601
602
603
604
605
606
607
608
609
610
611
612
613
614
615
616
617
ווערטער זאָל מען װעגן און ניט צײלן.
%
זײַן וואָרט זאָל זײַן אַ שטעקן, וואָלט מען זיך ניט געטאָרט אָנשפּאַרן.
%
זײַן וואָרט זאָל זײַן אַ בריק, וואָלט איך מורא געהאַט אַריבערצוגיין.
%
קײנער זעט ניט זײַן אײגענעם הױקער.
%
קיינער ווייס ניט וועמען דער שוך קוועטשט, נאָר דער וואָס גייט אין אים.
%
יעדער מענטש האָט זיך זײַן פּעקל.
%
צרות זײַנען פֿאַר דעם מענטשן ווי זשאַווער פֿאַר אײַזן.
%
אַ מענטש איז אַ מאָל שטאַרקער פֿון אײַזן און אַ מאָל שוואַכער פֿון אַ פֿליג.
%
אין אַ שיינעם עפּל געפֿינט מען אַ מאָל אַ וואָרעם.
%
אַז דער וואָרעם זיצט אין כריין, מיינט ער אַז עס איז קיין זיסערס ניטאָ.
%
אױב די באָבע װאָלט געהאַט אַ באָרד, װאָלט זי געװען אַ זײדע.
%
אױב די באָבע װאָלט געהאַט רעדער, װאָלט זי געװען אַ װאָגן.
%
די קאַץ זאָל לײגן אײער, װאָלט זי געװען אַ הון.
%
אַ ציג האָט אויך אַ באָרד און איז פֿאָרט נאָר אַ ציג.
%
טו אָן אַ חזיר אַ שטרײַמל, וועט ער ווערן רבֿ?
%
וײַז אַ חזיר אַ פֿינגער וויל ער די גאַנצע האַנט.
%
אַז מען גיט דעם טײַוול אַ האָר וויל ער די גאַנצע באָרד‫.‬
%
לאָז אַרײַן אַ חזיר אין שטוב, קריכט ער אויפֿן טיש.
%
‎אַ ייִד האָט אַכט און צוואַנציק פּראָצענט פּחד, צוויי פּראָצענט צוקער און זיבעציק פּראָצענט חוצפּה.
%
אַ הונט שיקט מען ניט אין יאַטקע אַרײַן.
%
שטעק ניט דעם קאָפּ צום וואָלף אין מויל אַרײַן.
%
װאָס קען װערן פֿון די שאָף אַז דער װאָלף איז דער ריכטער?
%
מיט אַ לעפֿל קען מען דעם ים ניט אויסשעפּן.
%
מיט איין תּחת קען מען ניט טאַנצן אויף צוויי חתונות.
%
פֿון אַ חזירשן עק קען מען קיין שטרײַמל ניט מאַכן.
%
בעסער אַ פּאַטש פֿון אַ חכם איידער אַ קוש פֿון אַ נאַר.
%
‎אַז גאָט האָט געטיילט דעם שׂכל ביסטו געשלאָפֿן.
%
ער האָט מער שׂכל אין קליינעם פֿינגער ווי אַן אַנדערער אין קאָפּ.
%
בײַ פֿערד קוקט מען אויף די ציין; בײַ אַ מענטשן אויפֿן שׂכל.
%
וווּ מען דאַרף האָבן מוח העלפֿט ניט קיין כּוח.
%
ער איז אַ שטיק פֿלייש מיט צוויי אויגן.
%
ער קוקט מיט די אויגן, הערט מיט די אויערן, און פֿאַרשטייט ווי די וואַנט.
%
ער ווייס ווי אַ קו פֿון מיטוואָך.
%
עס פֿעלט אים מעבל אין דאַכקאַמער.
%
ער האָט אַזוי פֿיל שׂכל ווי אין קלויסטער מזוּזות.
%
דאָס היטל איז גוט נאָר דער קאָפּ איז צו קלײן.
%
ער קלערט צי אַ פֿלױ האָט אַ פּופּיק.
%
ער קלערט ווי די וועלט דרייט זיך.
%
ער קלערט וווּ די רויכעס פֿון קוימען קומען אַהין.
%
ער קלערט צי די קוליקאָווער בייגל זענען גרעסער פֿון די לעמבערגער.
%
דאָס גאַנצע יאָר איז זי ליידיק געזעסן און ערבֿ יום–כּיפּור האָט זי אַ זאָק אָנגעהויבן.
%
צאָל אים אָפּ פֿאַר אויסשנײַצן די נאָז.
%
ער קען ניט אַ קאַץ דעם עק פֿאַרבינדן.
%
ער קען קיין צוויי ניט ציילן.
%
ער האָט אַ קאַץ אין קאָפּ (קאַצנקאָפּ).
%
װען ער איז צװײ מאָל אַזױ קלוג, װאָלט ער געװען אַ גולם!
%
דער עולם איז אַ גולם. / דער עולם איז ניט קיין גולם.
%
ער איז אַ מבֿין װי אַ באָק אױף אַ כּלי–זמר.
%
די אייער ווילן זײַן קליגער פֿון די הינער.
%
צוויי קלוגע קענען ניט שטימען.
%
דער שׂכל איז אַ קריכער.
%
ביז זיבעציק יאָר לערנט מען שׂכל און מען שטאַרבט אַ נאַר.
%
אַז מען וויל ניט אַלט ווערן, זאָל מען זיך יונגערהייט אויפֿהענגען.
%
די פּען שיסט ערגער פֿון אַ פֿײַל.
%
דער טײַוול איז ניט אַזוי שוואַרץ ווי מען מאָלט אים.
%
ער קען מאַכן דעם חלום גרעסער ווי די נאַכט.
%
בײַ נאַכט זענען אַלע קי שוואַרץ.
%
אַ שוואַרצע הון קען אויך לייגן אַ ווײַס איי.
%
דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט.
%
װאָס נאָענטער צו דער שול, אַלץ װײַטער פֿון גאָט.
%
פֿאַר וואָס האָט אָדם און חוה צוגעדעקט די מעשׂה מיט אַ בלאַט ווען קיינער האָט זיי ניט געזען?
%
רשי איז ניט משוגע.
%
ער שווימט אין ים התּלמוד.
%
‎‎דער ים איז אָן אַ ברעג — די תּורה איז אָן אַן עק.
%
ער זאָגט עבֿרי ווי אַ האַק שווימט.
%
קענען תּורה איז ניט קיין שטער צו אַן עבֿירה.
%
בעסער רעדן מיט אַ ייִדענע און טראַכטן וועגן גאָט איידער רעדן מיט גאָט און טראַכטן וועגן אַ ייִדענע.
%
במקום שאין איש איז אַ הערינג אויך אַ פֿיש.
%
נײַן רבנים קענען קײן מנין ניט מאַכן אָבער צען שוסטערס יאָ.
%
די קאַץ איז שוין פֿרימער פֿאַר אים.
%
אַז גאָט וויל שטראָפֿן אַן אַפּיקורס גיט ער אים אַ פֿרום ווײַב.
%
דײַן מזל, גאָט, וואָס דו וווינסט אַזוי הויך; אַניט וואָלט מען דיר די פֿענצטער אויסגעזעצט.
%
תּהילים זאָלֹ זײַן אַ רפֿואה וואָלט מען עס געקויפֿט אין דער אַפּטייק.
%
וועגן אַ ביסל בוימל מאַכט מען אַזאַ גרויסן יום–טובֿ?
%
אַן אָקס האָט אַ לאַנגע צונג און קען קיין שופֿר ניט בלאָזן.
%
אַ בהמה האָט אַ לאַנגע צונג און קען קיין ברכה ניט זאָגן.
%
אַ בהמה האָט אַ לאַנגע צונג און מוז שווײַגן.
%
אַן אייזל דערקענט מען אין די לאַנגע אויערן, אַ נאַר אין דער לאַנגער צונג.
%
אַז מען מאַכט דאָס מויל ניט אויףֿ פֿליט קיין פֿליג ניט אַרײַן.
%
װען דאָס פֿערד װאָלט געהאַט װאָס צו זאָגן, װאָלט עס גערעדט.
%
יעדער אײזל האָט ליב צו הערן װי ער אַלײן הירזשעט.
%
שרײַ ניט, וועסט אויפֿוועקן גאָט!
%
פֿון ליידיקע פֿעסער איז דער ליאַרעם גרעסער.
%
דער גלאָק קלינגט ווײַל ער איז פּוסט.
%
עס קלעפּט זיך ניט אַ וואָרט צו אַ וואָרט.
%
לא דובים ולא יער – ניט קיין בערן און ניט קיין שוואַרצע יאַגדעס.
%
ער זאָגט נאָר צוויי מאָל אין יאָר ליגן – זומער און ווינטער.
%
ער באַקט ליגנס אַזוי ווי בייגל.
%
אויף זײַנע רייד מעג מען בויען אַ קלויסטער.
%
עס שיטן זיך פּערל פֿון זײַן מויל.
%
עס שיט זיך פֿון אים חכמות ווי פֿון אַ ציג באָבקעס.
%
ער שיט מיט תּורה ווי אַ ציג מיט באָבקעס.
%
אַ הונט האָט מורא פֿאַר אַ שטעקן און אַ רוח פֿאַר ציצית.
%
אַ לייב האָט ניט מורא פֿאַר קיין פֿליג.
%
װען די קאַץ שלאָפֿט, טאַנצן די מײַז.
%
אַ בער לערנט מען אויך אויס טאַנצן.
%
אַז דאָס מיידל קען ניט טאַנצן, זאָגט זי אַז די כּלי–זמר קענען ניט שפּילן.
%
אַז די מויד איז מיאוס זאָגט זי, דער שפּיגל איז שולדיק.
%
אַז מען האָט אַ סך צו טאָן, לייגט מען זיך שלאָפֿן.
%
דאָס לעבן איז ניט מער ווי אַ חלום—אָבער וועק מיך ניט אויף.
%
שלאָף גיכער, מען דאַרף די קישן!
%
די צײַט איז דער בעסטער דאָקטער.
%
די צײַט איז טײַערער פֿון געלט.
%
אויב צײַט איז געלט האָב איך קיין צײַט ניט.
%
אַפֿילו דער רײַכסטער זײגער האָט ניט מער װי זעכציק מינוט.
%
אין שלעכטע צײַטן איז אַ פּעני אױך געלט.
%
אויף דרײַ זאַכן שטייט די וועלט: געלט, געלט און געלט.
%
אָן געלט איז קיין וועלט.
%
ייִדיש עשירות איז ווי אַ מאַרצאָווער שניי.
%
דער עושר איז נישט קיין בעל–יושר.
%
ער האָט געלט ווי גרויס ער איז.
%
ווילסט רײַך ווערן?   זײַ זיבן יאָר אַ חזיר.
%
דער קאַרגער ליגט אויף דעם געלט ווי אַ הונט אויפֿן ביין‫.‬
%
מען זאָל זיך קענען אױסקױפֿן פֿון טױט, װאָלטן די אָרעמעלײַט שײן פּרנסה געהאַט.
%
דעם אָרעמאַן האַקט מען ווי שפּענער און דער רײַכער בלאָזט זיך ווי דער סאַמאָוואַר.
%
דעם נגידס נאַרישקײַט גילט מער ווי דעם אָרעמאַנס חכמה.
%
אַז מען איז רײַך איז מען אי שיין אי קלוג אי מען קען זינגען.
%
די זון שײַנט גלײַך אויף אָרעם און רײַך.
%
ער איז ניט ווערט וואָס די זון שײַנט אויף אים.
%
כּבֿוד איז ווי אַ שאָטן: וואָס מער מען לויפֿט אים נאָך, אַלץ ווײַטער אַנטלויפֿט ער.
%
וואָס נוצט כּבֿוד אַז מען האָט ניט צו עסן?
%
אַ נגיד האָט פֿײַנט כּבֿוד ווי אַ קאַץ סמעטענע.
%
ער איז שוין געווען אויפֿן פֿערד און אונטערן פֿערד.
%
עס איז גרינגער אויפֿצוהייבן אַ שיכּור פֿון דער ערד איידער אַ געשעפֿט.
%
זי איז אַ בעל–הביתטע איבער אַ הייפּטל קרויט.
%
ער האָט מער אין קאָפּ ווי אין קעשענע.
%
פֿאַר אָנקוקן צאָלט מען קיין געלט ניט.
%
אַז אַן אָרעמאַן עסט אַ הון, איז אָדער ער קראַנק אָדער די הון.
%
אַ הון איז גוט צו עסן זאַלבענאַנד – איך און די הון.
%
אַלץ קען דער מענטש פֿאַרגעסן נאָר ניט עסן.
%
ער איז כּולו קישקע.
%
ער מיינט ניט די הגדה, נאָר די קניידלעך.
%
נאָר אין חלום זײַנען מערן װי בערן.
%
אַלץ איז ניט פּוטער װאָס קומט אַרױס פֿון דער קו.
%
אַז מען עסט חזיר, זאָל עס שוין רינען איבערן מויל.
%
”אָדם יסודו מעפֿר וסופֿו לעפֿר“— בינו–לבֿינו איז גוט אַ טרונק בראָנפֿן.
%
אַז איך נעם אַ טרונק בראָנפֿן ווער איך אַן אַנדער מענטש, און דער אַנדערער וויל אויך אַ טרונק בראָנפֿן.
%
ער האָט אַ פֿליג אין האַלדז און וויל זי דערטרינקען.
%
ער קען אויסטרינקען אַ ירדן!
%
‎אין אַ גרויסן טײַך כאַפּט מען גרויסע פֿיש.
%
מיט אַ ווענטקע כאַפּט מען פֿיש און מיט אַ קערבל כאַפּט מען מענטשן.
%
‎וואָס אַ ווענטקע פֿאַר פֿיש איז חניפֿה פֿאַר מלכים.
%
אַ נײַער מלך מיט נײַע גזרות, אַ נײַ יאָר מיט נײַע עבֿרות.
%
עס אַרט מיך ווי די קאַץ פֿון מיטוואָך.
%
עס איז ניט מײַן ציג און ניט מײַן חנוכּה–ליכטל.
%
אַ גאַסט איז ווי אַ רעגן.
%
מען אַנטלויפֿן פֿון רעגן, באַגעגנט מען חאָגל.
%
אַז מען שלאָפֿט מיט הינט, שטײט מען אױף מיט פֿלײ.
%
האָדעווע אַ וואָלף ווי לאַנג, קוקט ער אַלץ אין וואַלד אַרײַן.
%
אַז מען זעצט אַ פֿייגעלע אין שטײַגעלע אַרײַן, ווייס מען ניט צי לאַכט עס צי וויינט עס.
%
אויף אַ שלאַנג טאָר מען קיין רחמנות ניט האָבן.
%
אַ דאָקטער טאָר מען ניט װינטשן אַ גוט יאָר.
%
אַז דער קראַנקער גייט צום דאָקטער ווערט דאָס ערשטע געהאָלפֿן דער דאָקטער.
%
דער דאָקטער האָט אַ רפֿואה צו אַלעס, אָבער ניט צום דלות.
%
אַ מאָל איז די רפֿואה ערגער פֿאַר דער מכּה.
%
מען טאָר ניט עסן די חלה פֿאַר דער המוציא.
%
שולדיק איז דער סטאָליער: ווען ער וואָלט ניט געמאַכט די בעט וואָלט איך ניט געקומען צו קיין חטא.
%
עס איז ניטאָ קיין שלעכטע משקה פֿאַר אַ שיכּור, קיין שלעכטע מטבע פֿאַר אַ סוחר, און קיין מיאוסע נקבֿה פֿאַר אַ  נואף.
%
אַ גוטן מענטשן וועט די שענק ניט קאַליע מאַכן, אַ שלעכטן וועט דער בית–המדרש ניט פֿאַרריכטן.
%
צוליב אַמביציע גייט מען פֿון גן–עדן אין גיהנום.
%
אַז דער רשע קוקט אין וואַסער, פּגרן די פֿיש.
%
אויפֿן גנבֿ ברענט דאָס היטל.
%
אויף אַ גנבֿ אין אַ צילינדער ברענט ניט דאָס היטל.
%
קליינע גנבֿים הענגט מען‫,‬ גרויסע שענקט מען.
%
אַ גנבֿ אַרבעט גיכער ווי אַ שנײַדער.
%
וועלכן גנבֿ טשעפּעט מען ניט?<br />דעם וואָס גנבֿעט דעם אַפֿיקומן.
%
אַ מויז איז אַ גנבֿ. / ניט די מויז איז דער גנבֿ, נאָר די לאָך איז דער גנבֿ.
%
אַז אַ גנבֿ האָט ניט וואָס צו גנבֿענען גנבֿעט ער דאָס היטל פֿון זיך אַראָפּ.
%
אַז אַ גנבֿ האָט ניט וואָס צו גנבֿענען גנבֿעט ער פֿון איין קעשענע אין דער צווייטער.
%
פֿון אַ גנבֿ איז שווער צו גנבֿענען.
%
ערבֿ–יום–כּיפּור ווערן אַלע גנבֿים פֿרום.
%
גנבֿים און פֿאַרליבטע האָבן ליב פֿינצטערניש.
%
װען אַ גנבֿ קושט, דאַרף מען זיך די צײן איבערצײלן.
%
זי װיל דאָס טעלערל פֿון הימל.
%
צוליב אַ גלאָז מילך דאַרף מען ניט קויפֿן אַ גאַנצע קו.
%
די קאַץ האָט ליב פֿיש אָבער זי װיל ניט די פֿיס אײַננעצן.
%
אַ קאַץ וואָס מיאַוקעט קען קיין מײַז ניט כאַפּן.
%
אַ הונט וואָס בילט בײַסט ניט.
%
ער סטראַשעט די גענדז אויפן בוידעם.
%
ער שרײַט ווי די ייִדענע אין באָד.
%
דאָס לאַנד ברענט און די באָבע צוואָגט זיך.
%
גאָט קריגט זיך מיטן ווײַב.
%
גאָט שיט אויס די פֿעדערן פֿון דער איבערבעט.
%
זינט גאָט האַנדלט מיט פֿראָסט איז נאָך אַזאַ פֿראָסט ניט געווען.
%
ס'איז אַ שטורעם אין אַ גלאָז וואַסער.
%
ער מאַכט פֿון אַ פֿליג אַ העלפֿאַנד.
%
עס פֿעלט מיר ווי אַ לאָך אין קאָפּ.
%
עס העלפֿט ווי אַ טויטן באַנקעס.
%
דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן.
%
ער רײַט אויף צוויי פֿערד.
%
מיר וועלן שיסן צוויי האָזן מיט איין שאָס.
%
ער איז אַנטלאָפֿן וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט.
%
נעם די אויגן אין די הענט.
%
‎דו וועסט עס שוין זען ווי דײַנע אויערן.
%
עס וועט געשען ווען בײַ מיר וועט אויסוואַקסן האָר אויף דער דלאָניע.
%
ווי קומט די קאַץ איבערן וואַסער?
%
מיר זוךן אַ שפּילקע אין אַ וואָגן היי.
%
דער מיטוואָך איז לענגער פֿאַרן דאָנערשטיק.
%
זי וויינט מיט קראָקאָדיל טרערן.
%
זי וויינט מיט ציבעלע–טרערן.
%
איך וועל פֿון אים מאַכן קרעפּלפֿלייש!
%
האַק מיר ניט קיין טשײַניק!
%
דריי מיר ניט קיין קאָפ!
%
גיי זוך דעם פֿאַראַיאָריקן שניי.
%
גיי זוך דעם ווינט אין פֿעלד.
%
ער האָט שפּילקעס אין קאָפּ.
%
ער האָט שפּילקעס אין תּחת.
%
ער האָט אַ מצה–פּנים.
%
וואָס איז דעם אינדיק פֿאַר אַ חילוק צי מען קוילעט אים אויף פּורים צו דער סעודה אָדער אויף פּסח צום סדר?
%
ווען אַ שלימזל קוילעט אַ האָן, גייט ער. דרייט ער אָן אַ זייגער, שטייט ער.
%
אַ שלימזל: גייט ער טאַנצן, צערײַסן זיך בײַ די כּלי–זמרים די סטרונעס.
%
אַ שלימזל פֿאַלט אויפֿן רוקן און צעקלאַפט זיך די נאָז.
%
ווען ער זאָל האַנדלען מיט תּכריכים וואָלט מען אויפֿגעהערט שטאַרבן.
%
ווען ער זאָל האַנדלען מיט ליכט וואָלט די זון ניט אונטערגעגאַנגען.
%
שפּילן די גרילן, טאַנצן די וואַנצן.
%
אַ קו איז געפֿלויגן איבערן דאַך און געלייגט אַן איי.
%
‎ווײַל דאָס לעבל ברויט איז קײַלעכדיק, גייען דערפֿאַר די קאַטשקעס באָרוועס.
%
דעריבער גייען די גענדז באָרוועס און די קאַטשקעס אין רויטע שיכעלעך.
%
דעריבער גייען אַלע קעץ באָרוועס.
%
אַז דער באַרג גייט ניט צו מחמדן, גייט מחמד צום באַרג.
%
עס פאַסט ווי אַ חזיר אַ שטרײַמל.
%
עס פּאַסט ווי אַ חזיר אוירינגלעך.
%
עס פּאַסט ווי דעם הונט אַן אַרבע–כּנפֿות.
%
די פּאַווע זאָל ניט האָבן די שיינע פֿעדערן, וואָלט זיך קיינער אויף איר ניט אומגעקוקט.
%
אַז מען טוט אָן שײן אַ בעזעם, איז ער אױך שײן.
%
װאַקסן זאָלסטו װי אַ ציבעלע מיטן קאָפּ אין דר'ערד!
%
לעבן זאָלסטו ביז הונדערט און צוואַנציק יאָר—מיט אַ הילצערנעם קאָפּ און גלעזערנעם אויגן.
%
זאָלן דײַנע ביינער זיך ברעכן אַזוי אָפֿט ווי די עשׂרת–הדיברות.
%
דער גאָט וואָס האָט געשפּאָלטן דעם ים וועט דיר שפּאַלטן דעם קאָפּ אויך!
%
ווערן זאָל פֿון דיר אַ בלינטשיק און די קאַץ זאָל דיך כאַפּן.
%
דײַן נשמה זאָל אַרײַנגיין אין אַ קאַץ און אַ הונט זאָל איר אַ ביס טאָּן.
%
 עסן זאָלסטו געהאַקטע לעבער מיט ציבעלעס, שמאַלץ הערינג, יויך מיט קניידלעך, קאַרפּ מיט כריין, אײַנגעדעמפֿץ מיט צימעס, לאַטקעס, טיי מיט ציטרין, יעדן טאָג – און זאָלסט זיך מיט יעדן ביס דערשטיקן!
%
לױפֿן זאָלסטו אין בית־הכּסא יעדע דרײַ מינוט אָדער יעדע דרײַ חדשים.
%
אַזוי פֿיל ריצנאייל זאָלסטו אויסטרינקען.
%
‎‎גאָט זאָל דיר העלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס.
%
פֿאַרגעלט און פֿאַרגרינט זאָלסטו ווערן!
%
קריכן זאָלסטו אויפן בויך!
%
וויפֿל יאָר ער איז געגאַנגען אויף די פֿיס זאָל ער גיין אויף די הענט, און די איבעריקע זאָל ער זיך שאַרן אויפֿן הינטן.
%
כ׳וועל מאַכן פֿון דײַנע קישקעס אַ טעלעפֿאָן!
%
זאָל ער אַראָפּשלינגען אַ שירעם און ס'זאָל זיך אים עפֿענען אין בויך!
%
אײַננעמען זאָל ער אַ מיתה–משונה!
%
געשוואָלן און געדראָלן זאָל ער ווערן ווי אַ באַרג.
%
אַ וויסט באַגעגעניש זאָל אים טרעפֿן.
%
איין אומגליק איז פֿאַר אים ווייניק.
%
ימח שמו זאָל ער ווערן!
%
קיין עין–הרע זאָל אים ניט אויסמײַדן!
%
זאַלץ אים אין די אויגן און פֿעפֿער אים אין נאָז!
%
אַ מכּה אים אין האַלדז!
%
דאָס מויל זאָל אים פֿון הינטן שטיין.
%
לאַכן זאָל ער מיט יאַשטשערקעס.
%
דער קאָפּ זאָל אים אַראָפּ!
%
אַלע ציין זאָלן דיר אַרויספֿאַלן, נאָר איינער זאָל דיר בלײַבן אויף צאָנווייטיק.
%
משוגע זאָלסטו ווערן און אַרומלויפֿן איבער די גאַסן.
%
עס זאָל דיר דונערן אין בויך און בליצן אין די הויזן.
%
אַ גרויס געשעפֿט זאָל ער האָבן מיט סחורה: וואָס ער האָט זאָל מען בײַ אים ניט פֿרעגן, און וואָס מען פֿרעגט זאָל ער ניט האָבן.
%
הונדערט הײַזער זאָל ער האָבן, אין יעדער הויז הונדערט צימערן, אין יעדער צימער צוואַנציק בעטן, און קדחת זאַל אים וואַרפֿן פֿון איין בעט אין דער צווייטער.
%
מגולגל זאָל ער װערן אין אַ הענגלײַכטער: בײַ טאָג זאָל ער הענגען און בײַ נאַכט זאָל ער ברענען.
%
איך ווינטש אים די דריטע מכּה פֿון מצרים.
%
גאָט זאָל אױף אים אָנשיקן פֿון די צען מכּות די בעסטע.
%
אַז אַלע קללות וואָלטן אָנגעקומען וואָלט די וועלט קיין קיום ניט געהאַט.
%
אַ קללה איז ניט קיין טעלעגראַם; זי קומט ניט אָן אַזוי גיך.
%
ניט מיט שעלטן און ניט מיט לאַכן קען מען די וועלט איבערמאַכן.
%
פֿון קינאה קריכן אַרויס די אויגן פֿון קאָפּ.
%
כּעס וחמה מאַכן אַ מענטשן פֿאַר אַ בהמה.
%
לא מיט אַן אַלף!
%
שענק מיר ניט קיין האָניק און גיב מיר ניט קיין ביס.
%
מאַך מיר ניט קיין לאָך אין קאָפּ און לייג מיר ניט צו קיין פֿלאַסטער.
%
אין דעם שפּיגל זעט איטלעכער זײַן בעסטן פרײַנד.
%
איין אַלטער פֿרײַנד איז בעסער ווי נײַע צוויי.
%
איין גוטער פֿרײַנד איז בעסער פֿון צען קרובֿים.
%
איטלעכס טעפּל געפֿינט זיך זײַן דעקל.‬
%
זיי האָבן זיך ביידע ליב: ער זיך און זי זיך.
%
ליבע מאַכט בלינד.
%
ניט פֿון אַ שיינער צורקע ווערט אַ גוט ווײַב.
%
ווײַבער זײַנען געבילדעט און קענען צוויי שפּראַכן: איינע פֿאַר דער חתונה און איינע נאָך דער חתונה.
%
אַ יונג ווײַבל איז ווי אַ שיין פֿייגעלע – מען מוז עס האַלטן אין שטײַגעלע.
%
אַ מאַן איז ווי אַן ענגער שוך: כאָטש ער דריקט, דאָך מוז אַ ווײַב אים טראָגן.
%
אַפֿריִער קען מען זיך ניט זאַט אָנקוקן, דערנאָך קען מען זיך ניט קוקן גלײַך אין די אויגן.
%
עס איז דורכגעלאָפֿן צווישן זיי אַ שוואַרצע קאַץ.
%
אַ טראָפּן ליבע ברענגט אַ מאָל אַ ים טרערן.
%
דאָס האַרץ איז ווי אַ זייגער.
%
דאָס האַרץ איז  אַ זייגער, אָבער מיט צעבראָכענע ווײַזערס.
%
אַז דער מאַן איז צו גוט פֿאַר דער וועלט איז ער שלעכט פֿאַרן ווײַב.
%
מיט האָניק קען מען כאַפּן מער פֿליגן ווי מיט עסיק.
%
גיי פּאַוואָליע, וועסטו גיכער קומען.
%
זוך ניט קיין פּגימה אויף דער זעג.
%
איין אויג האָט מער גלויבן ווי צוויי אויערן.
%
דער אמת קומט אַרויס ווי בוימל אויפֿן וואַסער.
%
ווענט האָבן אויערן.
%
תּכריכים האָבן ניט קיין קעשענעס.
%
אַז מען זיצט אין דער היים צערײַסט מען ניט קיין שטיוול.
%
אַלע שוסטערס גייען באָרוועס.‎
%
אַרבעט איז  קיין שאַנד.
%
שטיל וואַסער גראָבט טיף.
%
אַז דאָס האַרץ איז פֿול, גייען די אויגן איבער.
%
אַן אַלמנה איז אַ מיצװה צו קיצלען.
%
אַ מיצווה פֿון אַ חזיר אַ האָר אויסצורײַסן.
%
דער חזיר זאָל האָבן הערנער, וואָלט די וועלט קיין קיום ניט געהאַט.
%
ווען אַ חזיר זאָל האָבן הערנער, וואָלט ער איבערגעקערט די וועלט.
%
דער אייזל זאָל האָבן הערנער און דער אָקס וואָלט געוווּסט פֿון זײַן כּוח, וואָלט די וועלט קיין קיום ניט געהאַט.
%
דאָס גאַנצע לעבן איז אַ מלחמה.
%
אַ שלעכטער שלום איז בעסער ווי אַ גוטער קריג.
%
ווען אַלע מענטשן זאָלן ציִען אויף איין זײַט וואָלט זיך די וועלט איבערגעקערט.
%
די וועלט איז אַ גרויסע און ס'איז זיך ניטאָ וווּ אַהינצוטאָן.
%
די גאַנצע װעלט איז אײן שטאָט.
%
אַזוי לאַנג דער מענטש לעבט איז אים די גאַנצע וועלט צו קליין; נאָכן טויט איז אים דער קבֿר גענוג.
%
די וועלט איז שיין נאָר די מענטשן מאַכן זי מיאוס.
%
די וועלט איז קײַלעכדיק אַזוי ווי אַן איי.
%
די גאַנצע וועלט שטייט אויף דער שפּיץ צונג.